A Fas A Jumbo (Yiddish Purim Song)




קום אהער, קום אהער, קוק אויף מיר ווי אזוי איך טו דאס
מען נעמט צוויי פינגערס, מ'דרייט זיי אויפן כוס
יעצט דריי עס אריבער דעם לעקטער, לאז איך עס לופטערין
יעצט שפירט דעם וויין, קוק ווי אזוי איך טו עס
אזוי אה דאס איז א גוטן וויין
מען דארף קענען שפירן
מיט די קארבענערין דער גערמאש מישן זיך ביי די טרויבן
ממש א וואונדער

עפען פריש א גרויסער פאס
מיינע ליפן מאכט מיר נאס
גיס מיר אן א כוס

מיינע אויגן שרעקליך רויט
איך קען נישט קוקען גאר
איך פיל העכער ווי לאזט

מ'טאר מיך נישט אהיים טראגן
מ'דארף דאך נישט פלאגן
איך פרוביר זיך ליב האבן
 און זיך רויסרעדן מיין מארגן

איך רעדן אבער צו מענטשן
איך מוז יעדער איינער בענטשן
איך קען נישט ווער איז ער
געב געב געב
זיינען מיר יעצט 
Friends


איך בין הויך און צוגאטשט
פאר א 
Whiskey bourbon scotch
נאך א גלעזל
נאך א 
Shot
מ'האט דאך נישט גענוג געהאט

ברוך מרדכי, ארור המן
איך ווייס נישט ווער האט עם באגראבן
איך געדענק אפילו נישט מיין נאמען
אבער נאך וויין דארף איך האבן

עפען פריש א גרויסער פאס
מיינע ליפן מאכט מיך נאס
גיס מיר נאך א כוס

מיינע אויגן שרעקליך רויט
איך קען נישט קוקען גאר
איך פיל העכער ווי לאזט

צווישן אלע שפרינג און טענטז
פון א
 Hora
 צי א 
Trance 
נאר געדענק אז היינט דו קענסט
צום הימל הייב דיין הענט

ווי יום כיפור היינט איז גאר
בעט איך אויס אויף א גאנץ יאר
ווען דיין צונג איז דו אצלויס
צו דיין טאטע שריי ארויס

איך בין הויך און צוקאטשט
ווייל
Whiskey bourbon scotch
נאך א גלעזל
נאך א 
Shot
נאך נישט גענוג געהאט

ברוך מרדכי, ארור המן
איך ווייס נישט ווער האט עם באגראבן
איך געדענק אפילו נישט מיין נאמען
אבער נאך וויין דארף איך האבן

צופאשקעט, צופראסקעט, געשאשקעט, די מאשקיט
די נאכט געבט, ביים אחדות, מען מאכט עס גאר אך

מ'זעט נישט, מ'פרעגט נישט
מ'מעג צי מ'מעג נישט
ווייל דאס איז די
Basis
מ'לעבט נישט אן דעס נישט

עפען פריש א גרויסער פאס
מיינע ליפן מאכט מיר נאס
גיס מיר אן א כוס

מיינע אויגן שרעקליך רויט
איך קען נישט קוקען גאר
איך פיל העכער ווי לאזט

איך בין אינגאנצן אומגעבראכן
אינגאנצן אומגעגאסן
ס'איז געפלויגן אין די לופטן
די וויין איז געווען אפען

די באטל האט געטראסקעט
ס'איז געבראכן און צושאסן
איך האב געטרונקען נאך א
Cup
און קיינער דארף מיר נישט לאזן

איך שיק קיינמאל נישט
איך לויף ארום דער טיש
איך שטעל מיך אויפן טיש
און איך טייל א האקאקיש

צופליגט, איך בין צערודערט
איך לאז וויסן מיט גלידער
 ווי איך האב דיך ליב מיין ברידער
ווי איך האב דאך ליב הא הא

עפען פריש א גרויסער פאס
מיינע ליפן מאכט מיר נאס
גיס מיר נאך איין כוס
(נאך איין, נאך איין)

מיינע אויגן שרעקליך רויט
איך קען נישט קוקען גאר
איך פיל העכער ווי לאזט
(הא הא הא הא)

עפען פריש א גרויסער פאס
מיינע אויגן שרעקליך רויט
איך פיל העכער העכער העכער העכער העכער העכער העכער העכער העכער העכער העכער העכער העכער ווי לאזט
עפען פריש א גרויסער פאס

If you find any mistakes please correct them in the comments, thanks!

No comments:

Post a Comment